פרייטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד כולל ערב שבת אינאיינעם מיט די לומדי כולל לחתנים שע''י מבצר הכוללים ק"י,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם צבי ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים, פאר הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א - רב דביהמ"ד כולל ערב שבת, און פאר אלע חתנים און ראשי החבורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די חתנים און ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיצן און לערנען אלץ חתן אין א מסגרת, און ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדן זיך צוצוגרייטן צו די חתונה מיטן לערנען אלע הלכות וואס מען דארף קענען, עס זאל קענען זיין 'איש ואשה שכינה שרויה ביניהם' און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די חתנים און פאר די הנהלת כולל לחתנים.
א גוט שבת.
~🌴~