מוצאי שבת קודש פרשת וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת קודש פרשת וישלח
ארום 10:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום דינער השנתי ''הרבית'' פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום.
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות ,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מלמדים און די הכרת הטוב וואס יעדער דארף האבן צו די מלמדים.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון קויפן א חדר אין די בניני המוסדות, און באזונדער אז די נדבני החדרים זאלן זיך אונטערנעמען אויסצוהאלטן די הוצאות פינעם חדר וואס זיי האבן מנדב געווען פונקט ווי מען האלט אויס די אייגענע הויז.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מאנגל אין דירות וואס הערשט אין קרית יואל און דער רבי האט געזאגט אז מען האפט בקרוב צו באנייען הונדערטער דירות סיי אין שכונת ויואל משה און דערנאך אין שכונת ברך משה און שכונת דברי יואל ווי עס וועט זיין אין עטליכע יאר ארום א סך הכול פון צוויי טויזענט דירות! מזאל אויסווארטן אז די מאנגעל זאל אריבערגיין אין נישט העלפן ארויפשרויפן די פרייזן!
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די נדבני והנהלת המוסדות.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם נייעם אפיס פון האברך הנגיד ר' ישכר בער דאווידאוויטש וואס האט אפגעקויפט א כתה אין איינע פון די בניני המוסדות, דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען און דערנאך געמאכט א לחיים און אינטערגעשריבן די שטרות, און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~