זונטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יקותיאל זלמן צבי ווידער הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו באשיינען די חומש סעודה פון די קרוב צו דריי הונדערט תלמידי מוסדותינו הק' פון וומ"ס,
ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען צום חומש סעודה אין די זאלן פון גינת אסתר,
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
עס האבן אויפגעטרעטן די מנהלים הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א און הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט ברגשי לבבו די דערהויבנקייט פונעם מעמד,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יואל טויב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכל, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש אז מען וועט אי"ה ממשיך זיין מיט חומש רש"י, גמרא מיט תוספות וכו', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתני המקרא און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע קינדער,
דערנאך זענען אריבער אלע מלמדים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין הבית רחל החדש 'בנין מאנדל' נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו, פארגעקומען פאר די נדיבי הבנין אויף א פראכטפולע פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל בבנין הבית רחל החדש,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די קלאסן,
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק צום מעמד חנוכת הבית,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מיט די דבר המוסדות,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק ומגדולי נדבני הבנין וועלכע האט אויפגעריפן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו צו משמיע זיין די דבר המעמד,
ר' יחזקאל דוד הי"ו האט פארגעשטעלט די השתלשלות פון די פראבלעמען וואס די מוסדות איז אדורך אין די לעצטע צען יאר, און איבער די פראבלעמען צו בויען די בנין הבית רחל און אויסגערעכנט די גרויסע נדבות פון די נגידי אנשי שלומינו,
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי די צענדליגע נדבנים האבן געהאט די געלעגענהייט אינטערצושרייבן די שטרות אפצוקויפן גרעסערע זכותים אינעם בנין הבית רחל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
עקסטער האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך מחנך זיין ערליכע אידישע טעכטער איז מען זוכה צו השראת השכינה, במילא איז א גרויסע שמחה היינט ווען מען איז מחנך א נייע בנין פאר די בית רחל וועלכע פירט זיך ע"ד המסורה לנו פון רבותיה"ק זי"ע און איז מיוסד אויף תורה, יראת שמים, און צניעות, און דאס וועט זיכער אראפברענגען אלע השפעות טובות פאר די נדבנים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נדבנים,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רעדענדיג יעצט צו בעלי בתים איז דא די פלאץ צו רעדן פון די רעיון 'תורתו אומנתו' וועלכע ברענגען אראפ א תלמיד חכם אין די ביזנעס צו לערנען יעדן טאג עטליכע מינוט מיט יעדע ארבעטער,
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די רעיון און געזאגט אז דאס ברענגט אריין א רוח תורה אין די ארבעט און נישט נאר וואס עס ברענגט נישט מען זאל ארבעטן ווייניגער נאר אדרבא עס מאכט אז די ארבעטער זאל ארבעטן בעסער אין די איבריגע שעות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות און פאר אלע עסקנים.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די אטריום זאל אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת חבורת תורתך שעשועי שע"י חברי קהלתינו הק' פון מאנסי,
הר"ר יואל שלעזינגער שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה אז עס זענען דא אריבער פיר הונדערט חברי קהלתינו הק' תושבי מאנסי וועלכע זענען מסיים מסכת שבת, און עס איז ברור אז עס האט געטוישט די וואס האבן עס געלערנט און געחזר'ט, מען ווערט א שטיק תורה, און דער רבי האט מחזק געווען די מסיימים מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט מסכת עירובין און נאכדעם ביז סוף ש"ס, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת עירובין פאר הרבני הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו פון וומ''ס - מגדולי פטרוני החבורה אין מאנסי,
אויך זענען צוגעגאנגען די הנהלה פון 'מאנסי עירוב' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע קאמפיין בקרב קהלתינו הק',
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די כסדר'דיגע פעולות לטובת העירוב און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג קיין ק"י.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' ישראל הי"ו ובני משפחתו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"א זארגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון זושא לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~