שבת קודש פרשת וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת וישלח
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל הבית רחל, בשם די הנהלת המוסדות לקראת די דינער השנתי פון מוסדותינו הק' וואס קומט פאר דעם מוצ"ש.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אב"ד קאמארנע ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויאמר עשיו יש לי רב אחי יהי לך אשר לך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הר"ר יואל בר"ש בערגער.
ברכת המזון: הר"ר אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אב"ד קאמארנע ירושלים.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' בער מ'מעזריטש זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"ט כסלו.
קה רבון עלם: הר"ר אלי' חיים טייטלבוים שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'סקולען מאנסי שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך שליט"א.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הודאה לקראת כ"א כסלו הבעל"ט.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:15.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' יוסף שלמה מארקוויטש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר פארקאש.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס - וומ"ס.
רביעי: החתן עקיבא ב"ר מאיר זאב שטערן - באווארפן.
חמישי: החתן ישראל שלום ב"ר שמואל דוד גאנדל.
שביעי: החתן בנציון ב"ר משה אלי' פריעד.
אחרון: ר' אברהם חיים טעלער, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר זאב שטערן.
גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר מאיר שמחה ביק שליט"א - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר בעריש גראס - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' שלום שמעי' מיטעלמאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן.
כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' היימליך - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב ווייס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאל.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ויחן את פני העיר, ווי רש"י זאגט אז עס איז געווען ערב שבת און די גמרא זאגט אז אז יעקב האט געבויעט בתי מרחצאות און די בני יששכר איז מסביר אז ער האט געבויעט א מקוה ווייל ערב שבת דארף מען גיין אין מקוה,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז יעקב איז אריין אין ארץ ישראל און ווען מען גייט קיין ארץ ישראל דארף מען קודם תשובה טוהן און ווען מען טוט תשובה דארף מען קודם גיין אין מקוה אזוי ווי מען זעט אז א גר שנתגייר דארף גיין אין מקוה,
און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די קשיא פונעם כתנת עור אז לכאורה וויאזוי קען מען תשובה טוהן לכאורה נראה ונדחה אינו חוזר ונראה ? נאר ווען מען גייט אין מקוה ווערט מען כקטן שנולד דמי און מען ווערט א ברי' חדשה במילא קען מען תשובה טוהן,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי התחזקות צו גיין אין מקוה יעדן טאג.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב - מאנטריאל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אייזיק הערש ב"ר אשר אנשיל זאלדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:20.
א גוטע וואך.
~🌴~