שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחזקאל יואל ב"ר חיים הערש סופר הי"ו,
החתן יואל ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו,
החתן יונה ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן ניילענדער הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די 'רינועל' ארגאנאזאציע.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א - ב''פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן פאללאק הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק התחזקתם ולקחתם מפרי הארץ און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.
קה אכסוף: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א - ב"ב.
ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן הפלאה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ד' תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה הערש בערקאוויטש הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו.
כהן: ר' יחיאל שלמה ברי"א פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן מרדכי בהר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: החתן יחזקאל יואל ב"ר חיים הערש סופר הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן מאיר ישראל ב"ר יצחק בער פרענקל הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' קלמן אליעזר בר"א גרובער הי"ו.
ר' אלי' ברי"י לעווי הי"ו.
ר' שמעון בר"א בערגער הי"ו.
שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו - באווארפען.
הוספה: החתן איתמר טובי' ב"ר יואל פעקעטע הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן יצחק ב"ר יואל ברז"ל אינדיג הי"ו.
מפטיר: ר' שמעון ב"ר צדוק היילברוין הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד ישעי' געלב הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה י"ז ראב"ע אומר אם אין תורה אין דרך ארץ אם אין דרך ארץ אין תורה,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף 12 מהלכים בדרך דרוש ואגדה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער די חורבן פון Ai און אויפגעפאדערט צו טוהן וואס מען קען דערווייל טוהן מיטן בלאקירן די Ai נומערן פון די היים טעלעפאון און די סעלפאונס,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער די פראבלעמען וואס מאכן זיך אין די ארבעטס פלעצער בהלכות יחוד וקירבה בין איש לאשה, און מחזק געווען 'מכון עבודה כהלכה' וועלכע קומט אראפ צו די אפיסעס און ארבעטן אויס אז אלעס זאל זיך פירן כשורה בכל ענינים און געזאגט אז עס ליגט א פליכט אויף יעדע בעה"ב און אויף יעדע ארבעטער זיכער צו מאכן עס צו האבן אין זיין אפיס,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע טעג זענען ימי שמחה אין קהלתינו הק' ווען טויזענטער לומדי חבורת תורתך שעשועי זענען מסיים מסכת שבת און הייבן אן מסכת עירובין,
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה לרגל די ימי הקיץ הבעל"ט און אנגעוואונטשן מען זאל האבן א שמירה ברוחניות ובגשמיות,
דער רבי האט געענדיגט ארום 8:30 און אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בער פרענקל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם ידא וויינפעלד הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים וואזנער הי"ו - שיכון סקווירא.
שלישי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף יושע עפשטיין הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ און ארויסגעברענגט אז בדורות הראשונים האט זיך אויסגעפעלט תעניתים און סיגופים כדי צו קענען תשובה טוהן, אבער בימינו אלה ווען עס איז אזא שוואכע דור פארלאנגט נישט הקב"ה פון אונז מער ווי א תשובה מועטת, בלויז א חרטה על העבר וקבלה טובה על העתיד, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די חשיבות פון יעדע פעולה קטנה פון א איד, יעדע קאפיטל תהילים, יעדע קבלה טובה, יעדע ערליכע תפילה, וכו' האט הקב"ה א שטארקע קורת רוח און מען זאל עס נישט נעמען פאר לייכט.
ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי אונגאר הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן דעם מאנטאג קיין מאנטריאל אויף א קורצע ביקור קודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:15 זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י ומרבני המכשירים בבית האופה, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה ק"י, און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די ווייץ שניט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין יומא אריזאנע ווי מען האט ב"ה געשניטן טויזענטער פונט ווייץ פאר די געברויך פון די בית האופה דקהלתינו הק' אין ק"י און אין וומ"ס,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים און אויסגעדריקט גרויס קורת רוח פון די הצלחה'דיגע און מהודר'דיגע שניט.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי מתיבתא תפארת שאול פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' עזריאל יורקאנסקי שליט"א נאכן וויילן אויף שב"ק אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א איבער די השתלשלות הישיבה און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן פארן ראש ישיבה שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן הרה"ח ר' ישראל הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~