פרייטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שלח=
פארן דאווענען איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די תאומים הנולדים אצל אצל ר' שאול ברי"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין מארקאוויטש אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף דרכי תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
ביים אנקומען אין ת"ת האט זיך דער רבי צום ערשט אומגעקוקט אויף די אינגערע כתות וועלכע זענען געווען פארזאמלט אינעם עס-זאל פונעם בנין הת"ת.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם וואלף מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר ישראל גרינפעלד הי"ו - מאנסי.
ב"ר אברהם יוסף כיבודי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארויסגעברענגט אז תרומה איז מלשון התרוממות און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים זיך צו מרומם זיין בלימוד התורה, מער התמדת התורה, מער יגיעת התורה,
אזוי אויך 'והיה באכלכם מלחם הארץ' לחם הארץ ווייזט אויף גשמיות, דאס קומט זאגן אז אפילו ביי א דבר גשמיות דארף מען זיך פירן תרימו תרומה לה' מיט א דערהויבנקייט ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור, ביים עסן דארף מען עסן מיט א הוט, און בענטשן מיט כוונה וכו', און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו מען זאל זיך קענען פירן 'בדרכי תורה' בכל ענינים.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' ארי' אונגאר ע"ה.
א גוט שבת.
~🌴~