דינסטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ו'.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הר"ר ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מ'ראפשיץ שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו הילד שמואל שמעלקא ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית,
עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מראפשיץ שליט"א.
ארום 4:10 איז דער רבי געפארן קיין מאנסי צום מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי"ו,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 4:45 און צום ערשט אריין אין די פאבריק און זיך אומגעקוקט אויף די מאסיווע פראדוקציע פונעם פירמע,
דערנאך האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א וועלכע איז געקומען צום מעמד לכבודו פון הרה"ח ר' רפאל הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות און נדבות לטובת כולל עצי חיים אין בני ברק,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין אין די קאנפערענץ צימער ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם בנין אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' רפאל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם אוצר הספרים אינעם בנין החדש פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה אין מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' ווי מען מאכט שוין א הנחת אבן הפינה פאר די זיבעטע ביהמ"ד פון קהלתינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו, פאר בנו החתן ני"ו, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת הישיבה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' רפאל הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך איז דער רבי ארויף אינעם נייעם זאל אויפן צווייטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר בית מדרשינו החדש בשכונת רידזש אין מאנסי נדבת הרבני הנגיד ר' רפאל הי"ו,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו מאנסי,
דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה נדבת ר' רפאל הי"ו לטובת הביהמ"ד החדש,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו שרייבן א אות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט דערביי געגאסן די אבן הפינה פארן ביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די נדבן ובני משפחתו און די חשובי פני הקהילה צו גיסן די אבן הפינה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם אז תרומה איז בגי' קול תפילה, אזוי אויך זאגט דער בעל הטורים אז תרומה איז די אותיות תורה מ', און פשוט פשט מיינט תרומה צדקה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה פון א הנחת אבן הפינה ווי מען גייט בויען א ביהמ"ד ווי מען וועט מקיים זיין תרומה לה' מיט אלע פשטים, תורה עבודה וגמילות חסדים,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי שבח פון קהלתינו הק' און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון די קהילה וועלכע שטייגט און בליעט קע"ה, און דער רבי האט דערביי קורא שם געווען די נייע ביהמ"ד אלץ 'ביהמ"ד דברי יואל' לשמו ולזכרו פון רביה"ק זי"ע מייסד הקהילה, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען בקרוב אויפבויען און מחנך זיין די ביהמ"ד און זיך פירן ע"ד המסורה לנו פון רביה"ק זי"ע און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און דערנאך אין א רינג מיט די גאנצע משפחה,
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער און דער רבי האט פארלאזט די מעמד אויפן וועג אריין קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 10:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי משולם פייש גינזבערג שליט"א - אדמו"ר מחוסט ב"פ אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' אלעזר יונה שליט"א - רב דביהמ"ד סוואליעווע, צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו/נכדו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דעןרבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה מחותנו הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון עידן פעלעס צום מעמד אדיר 'שמירה לדורות' בהשתפות אלפי אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' ובראשם אלע רבני ודייני קהלתינו הק' פון וומ"ס,
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין פייערדיגע דרשה בעניני צניעות, ובפרט איבער די הארבקייט פון שערות אשה און די פראבלעמען פון די היינטיגע שייטלעך און איבער טעכנעלאגיע און נאך עטליכע ענינים הצריכים תיקון,
ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דב"ק אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה', לחם מיינט מען א פרוי, תרומה זאגט רש"י לשון הפרשה, דאס קומט זאגן אז ווען מען האט חתונה דארף מען מאכן א הפרשה מען דארף זיך אפשיידן פון פארשידענע זאכן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען וואוינט אין וומ"ס מיט פארשידענע קרייזן און קהילות ווי מען איז מקפיד אויף פארשידענע חומרות און מנהגים אבער אויף צניעות זענען זיי נישט מקפיד, רבותיה"ק זי"ע האבן אבער יא שטארק מקפיד געווען אויף צניעות און קדושה, און דאס איז געווען פון די הארבסטע זאכן און מעורר געווען אויף דעם אין די הייליגסטע צייטן, און ח"ו אז איינער זאל מקיל זיין ביי די ענינים, אונז האמיר א מסורה ווי אזוי מען דארף זיך פירן און וויאזוי מען דארף זיך אנטוהן און וויאזוי מען דארף אנטוהן די קינדער און דאס קען מען נישט טוישן לויט די גיסטע,
דער רבי האט פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע האט געענטפערט פאר א גדול בישראל וועלכע האט געפרעגט אויף א ענין ווי עס שטייט, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געענטפערט עס שטייט אין מיר און איך בין די תורה! האט דער רבי אויסגעשריגן די ענינים שטייען אין רביה"ק זי"ע און ער איז די תורה! און ח"ו צו מקיל זיין מיט אזא שאלה פון ווי שטייט עס,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די מצב ווי מען זעט די חילוק וויאזוי די באבע מיט די קינדער און די אייניקלעך גייען אנגעטוהן, עס איז שרעקליך! א שטארקע ירידת הדורות, מען דארף זען זיך פירן תרימו תרומה לה' תרומה מלשון התרוממות, מען דארף זיך פירן דערהויבן און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכנים און חברים נאר זיך האלטן שטאלץ מיט אונזער מסורה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז א חלק פון די פראבלעם קומט אז מען שיקט אוועק די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות און זיי באקענען זיך מיט פרעמדע השקפות און ווערן קאלט צו די ענינים און שפעטער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אז זייערע פרויען זענען זיך מקיל ביי די ענינים,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בנו הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה דברים היוצאים מן הלב און וועט בעז"ה זיין נכנסים אל הלב און אינעם מח, און שטארק מחזק געווען זיינע ווערטער און געזאגט פאר יעדע יחיד אז דיר מיינט מען, און יעדער בפרטיות דארף זיכער מאכן אז ביי זיין שטוב און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך זאל מען זיך פירן ווי עס פאסט און גודר גדר זיין ווי מען קען,
דער רבי האט שטארק משבח געווען די פעולות ווי פילע תלמידות בית רחל האבן זיך געלאזט אפשערן די לאנגע האר אין די לעצטערע וואכן און עס שטארק מחזק געווען,
דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מצליח זיין צו מקיים זיין אלע תקנות, ובזכות נשים צדקניות נגאלו בב"א.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל,
בעל תפילה: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א.
ארום 11:50 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~