נעכטן אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און הויכראנגיגע…
בילדער ·
🌴בצל הקודש🌴
נעכטן אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און הויכראנגיגע באאמטער אינעם ווייסן הויז 'מארטין מארקס' נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל,
הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחב"י למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בירגער, און צו די אידן בפרט,
צווישן אנדערן האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות פון רבינו שליט"א לטובת אחב"י הנתונים בצרה ובשביה ווי מען האט ב"ה אויפגעטוהן פארשידענע פעולות לטובה נאכן באזוכן אינעם אויטיסוויל טורמע און די נאכפאלגנדע באזוך פונעם ווארדען פונעם טורמע בקודש פנימה,
מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען פארברייטערן די פעולות לטובה איבער גאנץ אמעריקע און נאך פארשידענע ענינים לטובת אחב"י, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~






