זונטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם ווייסמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו.
ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ב"ר יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
ב"ר אלי' יעקב זאב בראך הי"ו.
ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יודא סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי אנגעהויבן צו באניצן מיטן כסא המלוכה פון אביו הגדול מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע האט אויף דעם בענקל געפראוועט אלפי אנשי שלומינו במשך לאנגע יארן און ממשיך געוועהן ישועות למען הכלל והפרט, און איז אויסגעפאלן אינעם גורל פון רבינו שליט"א אצל חלוקת הירושה פארגאנגענע וואך.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד לאפיש צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' צבי זאב הכהן פריעדמאן שליט"א מו"ל ספרי אוצרות יוסף פון הרה"ק רבי יוסף ענגיל זצ"ל און געברענגט פאר רבינו שליט"א צוויי פרישע בענדער אוצרות יוסף וועלכע איז נארוואס ערשינען,
דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די ספרים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
ארום 11:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל נפתלי בוקסבוים הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 11:45 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט קיין מאנסי צום שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א החתן בן לבנו הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי מאנסי, אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
~🌴~