דינסטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג וישלח
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל פאגעל,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה עסק התורה - שיעור ג' סניף טשעסטער.
ביים אנקומען האט דער רבי איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פון די נייע דארמיטארי וועלכע ווערט יעצט צוגעבויט צום ישיבה, און ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א ארויס געהויבן די הנהלת הישיבה און ארויס געברענגט ווי מען ארבעט אלץ לטובת די בחורים, און דערנאך אנגעוואנטשן גוטע שידוכים פאר די בחורים במהרה.
ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביים ראש הישיבה איבער די וואוקס פונעם געגנט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט בחדרו הפרטי,
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וויליאמסבורג.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20.
בעת די זמני כניסה איז העסקן רבי משה מארגרעטען געווען ביים רבין אינאיינעם מיט בנו החתן ומחותנים אפנעמען די מזל טוב לרגל די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך, דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים.
אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חנני' יו"ט ליפא זיכערמאן האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר נטילת ידים אינעם בנין הבית רחל אין בני ברק, און דער רבי האט אנגעווינטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~