שבת קודש פרשת נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נשא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א - רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב מאיר פריעדמאן הי"ו - אנטווערפען.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כה תברכו את בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א.
פסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: אלטא שרה יהודית נאך די באבע הרבנית ממעלבוירן ע"ה.
חמישי: החתן דוד ב"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
ר' יואל ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
ר' ארי' ב"ר יוסף ווייס הי"ו.
ר' יוסף ברל"י געשטעטנער הי"ו.
ר' אייזיק ליפא ברא"ט ווידער הי"ו.
ר' שלמה מנשה בר"מ פייערשטיין הי"ו.
ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו.
שביעי: החתן יושע ב"ר יואל רייך הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו - באווארפען.
החתן מרדכי ב"ר משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
החתן ליפא ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו - באווארפען.
החתן אברהם בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען.
החתן אפרים פישל בהר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - באווארפען.
החתן הערשל ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען.
החתן יצחק ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען.
החתן שלום ב"ר משה וואלף קארפען הי"ו.
החתן אלי' שאול ב"ר אברהם שמעון רייך הי"ו.
אחרון: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.
מפטיר: החתן משה בהר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו - וומ"ס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כה תברכו את בני ישראל און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה איז אראפגעקומען א כח צו מגדל זיין ערליכע זוהן און ערליכע טעכטער, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שמעון יאזשעף שליט"א - בית שמש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ג רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כה תברכו את בני ישראל און ארויסגעברענגט אז מען דארף האבן א שטארקע סייעתא דשמיא אז מען זאל קענען ניצל ווערן פונעם יצר הרע ווען ער פרובירט צו צובע זיין עבירות פאר מצוות, אבער אויב מען איז נזהר נאר צו רעדן אמת און נישט קיין שקרים איז מען זיך מדבק אין יעקב אבינו וואס איז מידתו אמת און מיט דעם כח קען מען בייקומען די יצר הרע,
אזוי אויך ווען מען זיצט ביי שלו"ס וואס די סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו באקומט מען אויך א קדושה צו קענען בייקומען די כח השקר פונעם יצר הרע.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אלי' שאול ב"ר אברהם שמעון רייך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:15 איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק נאכן וויילן אויף שבק בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה רבני וחברי הנהלת חברה מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע און די פילע פעולות לטובה פון מצילי אש במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט מטבעות לשמירה ולהצלחה פאר אלע חברי מצילי אש און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א - רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב בערנאטה הי"ו פון מאנסי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' יעקב הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך זענען אריין חברי הנהלת התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' אין מאנסי איינצולאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג קרח,
דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון בתי מדרשינו אין מאנסי און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - חבר ביד"ץ כדתיא לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס,
ביים אנקומען האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - חבר הנהלת הקריה, געוויזן פאר רבינו שליט"א די פרישע טראקס מיט פילע איינריכטונגען לטובת די תושבי ק"י,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג צום סטאנציע,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון אלע חברי מצילי אש,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דינוב ומרבני חברי מצילי אש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת הקריה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק יברכך ה' וישמרך און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די חברי מצילי אש האבן מיטן מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות ממש און אזוי אויך הצלת ממון ישראל, און שטארק ארויסגעברענגט לשבח פון די 'קרית יואל מצילי אש' וועלכע פירן זיך ע"פ תורה אויף טריט און שריט כהוראת הדומ"ץ שליט"א און די אנדערע רבני מצילי אש וועלכע לערנען כסדר פאר שיעורים לדעת מה שיעשון,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חברי מצילי אש זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א שומר העיר, האבן שיעורי תורה, וכו',
דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטייען צוהילף אלעמאל און אנגעוואונטשן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו ניצן מצילי אש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע חברי מצילי אש.
דערנאך זענען אריבער אלע חברי מצילי אש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע לשמירה ולהצלחה, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
~🌴~