מאנטאג וישלח חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג וישלח חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט בחדרו הפרטי,
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אשר אנשיל זאלדאן און ר' יואל שעהנברוין, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל דוב באנדא און ר' מאיר אברהם גראס, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל שרגא פערלמוטער און ר' יחזקאל הערשקאוויטש אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט.
ארום 8:15 איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א,
צום ערשט האט ער איבערגעגעבן א גרוס פון קהילתינו הק' אין שטאט אנטווערפן ווי ער פלעגט וואוינען,
דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שטאט סאדיגורא אינדערהיים, און איבער די קשר צווישן דער הייליגער ישמח משה זי"ע און דער הייליגער רוזשינער זי"ע.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט אים געגעבן במתנה א לב אהרן עה"ת דרושים און אגדה.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' נטע מרדכי קויפמאן און ר' אורי יודא קויפמאן, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.
ארום 11:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע און ידידית'דיגע שמועס, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן מיטשטיין און האלטן אפען די מוסדות בעת די שווערע צייטן, און אויך האט מען ארומגערעדט איבער די נייע פייער דעפארטמענט אין די שטאט מאנסי,
דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט לחיים און אזוי אויך פארן דיין שליט"א, און אים ווארעם אנגעווינטשן און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים טאגער, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע,
דערנאך האט סאדיגורא רבי שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן און דערנאך אנגעווינטשן פארן בעל אכסניא.
א גוטע נאכט.
~🌴~