דינסטאג נשא א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נשא א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יוסף מענדל פרידריך הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע, וואס די היכל הביהמ"ד פונעם ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה צו יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק ווי עס איז פלאצירט א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קינדער מיט גרויס התרגשות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש 'עטרת זקנים' אויף פארעסט צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה פונעם ביהמ"ד,
צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר בנו הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו, פאר הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו - מגדולי נדבני הביהמ''ד, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די מקוה און דער רבי האט געגאסן די מקוה,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די דיין שליט"א און די נדבני הביהמ''ד צו גיסן די מקוה,
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו הילד פנחס מרדכי ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית,
עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים ומנהגי ישראל און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי אברהם בער יאזעפאוויטש שליט"א - דומ"ץ מונקאטש וומ"ס, צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיך אריבערציען און עפענען בית מדרשו ביהמ"ד פני משה בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א איבערגעגעבן א באריכט פון די מעמד יציקת הבורות אין די מקוה טהרה החדש דקהלתינו בשכונת סאוט אכט וועלכע איז פארגעקומען היינט אין די נאכמיטאג שעות בפיקוח פון הגה''צ אב"ד ור"מ שליט''א, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~