זונטאג וישלח חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וישלח חלק ב'
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אויף די וועכנטליכער באזוך ביים בית השחיטה, און דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי.
אין די נאכמיטאג שטונדן איז אריבער געקומען צום רבי'ן ניו יארק סטעיט סענאטאר טשאק שומער אינאיינעם מיט די הנהלת הקרי' והמוסדות ווי דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די פילע לייסטונגען לטובת די חרידישע אידנטום בכלל און קרית יואל בפרט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה,
נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד און געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלי' פעלבערבוים און ר' ישראל דוב רייך, אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעפארן קיין שיכון סקווירא ווי רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען ביים צענטראלן שמחת השבע ברכות לנכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון החתן אלטר ברוך גפן משב"ק בן הרה"ח ר' אברהם יושע עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' פנחס פראנקל - וומ"ס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים.
בעת די זמני כניסה איז אריבער געקומען אויף א באזוך ביי כ''ק מרן רבינו שליט''א הרה''צ רבי יוסף משה דוב האלבערשטאם אב''ד צאנז ארה''ב בן האדמו''ר מצאנז ארה''ק שליט''א.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, און דער רבי האט אים געגעבן במתנה א לב אהרן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~