זונטאג נשא א' - ר"ח סיון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נשא א' - ר"ח סיון=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
ב"ר הערשל שטיינבערג הי"ו.
ב"ר שרגא חיים פעדער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו אין שכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת בית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר,
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ח ר' דד עקשטיין הי"ו מראה"ק,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן א ביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח פון די נדבנים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו,
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמעון הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם ביהמ"ד,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך איז פארגעקומען די מעמדי חתימת שטרות ווי פילע תושבי השכונה האבן זיך אינטערגענומען גרעסערע סכומים לטובת הביהמ"ד ווי אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן דאלער!
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות מיט יעדע נדבן באזונדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערביי האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר,
דער רבי האט פארלאזט די מסיבה ארום 5:30 און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמעון הי"ו ובני משפחתו.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 9:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ספעציעל געווידמעט פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן כפקודת רבינו מיטן געבן טויזענט דאלער לטובת מוסדות יטב לב.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם שלום הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך מרדכי רייך הי"ו און הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' עקיבא ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יחאל ישראל ברוך עקשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך ארום 9:50 איז דער רבי ארויסגעפארן אויפן וועג קיין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די דינער השנתי 'בכל לב ונפש' פאר מוסדותינו הק' אין מאנסי,
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער אין די זאלן פון וועלי טעררעס,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע אנוועזנדע רבנים,
עס איז פארגעקומען א פראזענטאציע דורך הרה"ח ר' יעקב הערש צין הי"ו אינאיינעם מיט עטליכע קינדער תלמידי מוסדותינו הק',
דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז שטיצן לימוד התורה פון תשב"ר איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און דאס איז משפיע כל טוב,
דער רבי האט ממשיך געווען און ארומגערעדט בשבח פון מוסדותינו הק' וועלכע שטייגט פון יאר צו יאר בכמות ובאייכות אלעס מיט די שווערע ארבעט פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די געטרייע הנהלת המוסדות, סיי די הנהלה רוחניות און סיי די הנהלה גשמיות, סיי ביי חינוך הבנים און סיי ביי חינוך הבנות און אזוי אויך די ישיבות קטנות, און דער רבי האט מעורר געווען אלע אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה און עקסטער ארויסצוהעלפן בויען די פרישע בנינים וואס מען בויעט כסדר,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ"ש און מעורר געווען אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות מיט אלע סארט מענטשן, און מען דארף זיכער מאכן זיך צו האלטן אויף די ריכטיגע סטאנדארט ווי עס פאסט פאר א סאטמארע חסיד און פירן די שטוב וויאזוי עס פאסט פאר א סאטמארע חינוך אזוי ווי מען איז מחנך ביי אונז אין די מוסדות, און דער רבי האט אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות אז איינער וואס פירט זיך נישט ווי א סאטמארע איד בנוגע צניעות וכו' איז די מוסדות נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער, די זעלבע האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע אנשי שלומינו צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, און אויב נישט איז די מוסדות אויך נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער,
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי הכנה צו יו"ט שבועות און מעורר געווען צו אנהאלטן די מנהג טוב וואס מען האט איינגעפירט די לעצטערע יארן צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות, און אזוי אויך אלץ הכנה צו יו"ט שבועות זאל מען לערנען ספר הק' בני יששכר צו האבן א ריכטיגע קבלת התורה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:30,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אויפן צווייטן שטאק אין ביהמ"ד פון ישיבה ספרינג וועלי,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד זוועהיל בנשיאות האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א,
דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און די חדרי התפילה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
האדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים אין די בעכער פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זצ"ל, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די אולם השמחות,
דערנאך איז דער רבי ארויף און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
ארום 12:20 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~