שבת קודש פרשת במדבר - מבה"ח סיון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת במדבר - מבה"ח סיון=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אלי' ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו,
החתן משה ארי' ב"ר יואל ג'ברא הי"ו.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א - ר"י אור תורה לעיקוואד.
מנוחה ושמחה: הר"ר יחיאל ווייס שליט"א - לעיקוואד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאה בהם אומה"ע און ארויסגעברענגט אז נאר וויבאלד כלל ישראל האט די מידת האמת מושרש פון יעקב אבינו האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, און דאס דארף זיין אונזער הכנה צו קבלת התורה שטארק נזהר צו זיין במידת האמת און זיך נתרחק זיין פון מידת השקר מכול ומכל.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלום סטאריק שליט"א - בית שמש.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הלכות פון מצות חליצה וועלכע איז פארגעקומען די וואך, און דער רבי האט אויסגעשמועסט די גאנצע סדר המצוה בכל פרטיה ודקדוקיה.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל גאנדל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו,
לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
רביעי: ר' מענדל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו.
שביעי: ר' שלמה יואל לאקס הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: החתן המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע, וועלכע געפאלט דינסטאג ג' סיון.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ו' התורה ניקנית במ"ח דברים,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער טבילה במקוה יעדן טאג, זינגען נאר ערליכע ניגונים ביי חתונות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער רבי האט געענדיגט ארום 8:30 און אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאה בהם אומה"ע און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען פארשטיין די תורה וואס איז עמוק מאוד קען מען נאר אויב מען איז מתפלל, און דאס האט כלל ישראל געטוהן ביים בארג סיני אין שלושת ימי הגבלה,
אבער כדי צו קענען מתפלל זיין דארף מען האבן א כשר'ע מויל און נישט ח"ו עס זאל זיין פארשמירט מיט דיבורים אסורים, שקרים, ניבול פה, וכו', און דאס איז אונזער ארבעט שטייענדיג ר"ח סיון דארף מען זיכער מאכן אז מען פארמאגט א ערליכע און כשר'ע מויל מען זאל קענען מתפלל זיין והאר עיננו בתורתיך און קענען זוכה זיין צו הבנת התורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע, וועלכע געפאלט דינסטאג ג' סיון.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 12:10 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו אין קרית יואל המורחבת, ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א און די מתפללי הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד זאגענדיג אז ביי א קליינע ביהמ"ד מאכט אויס די השתתפות פון יעדע יחיד און עס ליגט אן אחריות אויף יעדעם איינעם זיכער צו מאכן אז ער קומט צייטליך צום דאווענען, שטעלט זיך צוזאמען מיטן גאנצן ציבור, וכו', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל,
דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני השכונה און פאר די מתפללי הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז קבלת התורה קען נאר צוגיין מיט תפילה במילא איז הרחבת גבולי הקדושה פון א ביהמ"ד א גוטע הכנה צו יו"ט שבועות,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד, ערליכע און חשובע מתפללים ווי עס פאסט פאר א סאטמארע ביהמ"ד,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מליצה און נאכגעזאגט א ווארט אויף בבית אלקים נהלך ברגש, ברג"ש איז ר"ת ב'לאטע ר'עגן ג'ליטש ש'ניי, ד.מ. אז גיין אין ביהמ"ד דארף מען אין אלע מצבים, האט דער רבי געזאגט אז בלאטע איז שוין נישט דא היינטיגע צייטן קען מען זאגן אז די ב' גייט ארויף אויף ב'ערג, אז אפילו אויב די ביהמ"ד איז אויף א שווערע בארג דאך שטרענגט מען זיך אן צו גיין אין ביהמ"ד, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען פון מאכן מנינים אין די הייזער, עס פעלט דארט די רג"ש די ווארעמקייט, משא"כ דא אין אזא חשובע ביהמ"ד מיט אזעלכע חשוב'ע מתפללים איז זיכער דא ברג"ש און די תפילות זענען מיט א ווארעמקייט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די מתפללי הביהמ"ד, ובפרט פאר די נדבני ועסקני הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
~🌴~