פרייטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בצלאל בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יצחק בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און די קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט פאר יו"ט שבועות, און יעצט איז די צייט זיך צו מקבל זיין נעשה ונשמע אז מען גייט מקיים זיין אלע מצות מיט א חשק און א ברען, סיי מצות בין אדם למקום און סיי מצות בין אדם לחבירו, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לנכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בן הנולד אצל נכדו הרב אלי' לייב ראזענבוים שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און פאר אלע חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א.
א גוט שבת.
~🌴~