מיטוואך במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר שמואל יעקב טעללער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יודא שטיינמעטץ הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א צו אריינשרייבן א אות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יודא הי"ו ובני משפחתו, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא קליין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פון ישיבה גדולה שיעור ד' נאכן באזוכן דארט היינט פארנאכטס,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~