דינסטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יחזקאל מייזליש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד - אבד"ק סיגוט.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל,
דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן על מסכת אבות און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון קאנטינענטאל ווי עס איז פארגעקומען די מסיבה 'לגיון של מלך' לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די פארלאפענע פינף יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן מאנ"ש צו זעהן אז מוסדות יטב לב זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט א פעסטע יסוד, און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר פאר מוסדות יטב לב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע אינגעלייט און עקסטער פאר די ראשי עסקנים נגידי אנשי שלומינו וועלכע האבן גענומען אויף זיך די קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב.
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער,
ארום 11:10 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~