מאנטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ירחמיאל זאב ליכטנשטיין הי"ו - תאומים.
ב"ר יואל בהרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
ב"ר יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:30 איז פארגעקומען בקודש פנימה א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב ברח"א שפיטצער הי"ו,
מען האט געמאכט קבלת קנין און געזינגען ניגוני שמחה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל בר"ב פאלאטשעק הי"ו,
און ארום 10:00 אזייגער פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ ביים מסיבה לטובת מוסדות יטב לב וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' אין ב"פ בראשות הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די מתפללי הביהמ"ד, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
עב''ג החתן הרב משה שפיץ שליט"א בן הרה''ג רבי גבריאל יודא שפיץ שליט''א - מאנסי, בן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א וחתן הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א - אב"ד ווייטצען לאנדאן,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:10 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' עמרם נתן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' וואלף אדלער הי"ו,
ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יודל טירנויער הי"ו - מאנסי,
מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט פארענדיגט ארום 11:45,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד - אבד"ק סיגוט,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטע נאכט.
~🌴~