זונטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר דוד מנשה פרענקל הי"ו.
ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יודא יחזקאל משולם טעללער הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא מויזקאפף הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר משה גלאנצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקואות דקהלתינו הק' ק"י, וועלכע געבן זיך אפ מיטן נאכגיין און פארזיכערן פילע מקואות טהרות איבער דער גארער וועלט אז זיי זענען כשר בתכלית הכשרות און קומען נאך די סטאנדארטן פון היימישע חסידישע אידן,
די עסקנים האבן אויסגעשמועסט מיט רבינו שליט"א פארשידענע שאלות בנוגע הלכות מקואות און דער רבי האט אנגעגעבן הוראת קדשו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון עוזר טעללער הי"ו און הרה"ח ר' בנציון משה איצקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע האט זיך געפינען אין ק"י צוליב א משפחה שמחה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~