שבת קודש פרשת בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בה"ב=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א - ב"פ, בן כ"ק אדמו"ר מסערדעהעלי שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - מאנטשעסטער.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידבר ה' אל משה בהר סיני און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הלכות מקואות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגה"ק בעל חות דעת זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ה אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאגעל הי"ו - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: ר' משה גראס הי"ו - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו - וומ"ס.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מרדכי שמואל שטויבער הי"ו - וומ"ס.
כהן: ר' אלי' דוד כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחזקאל ברא"י לאנדא הי"ו.
ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו.
ר' נחמי' בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
ר' שמעון ישראל בר"נ ווערצבערגער הי"ו.
ר' יואל בר"ה פריעד הי"ו.
ר' חיים ברא"ז ראטה הי"ו.
ר' אלעזר בר"ל שפילמאן הי"ו.
ר' יודא ברש"פ הערצאג הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י הירש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה שמואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם הערש טעללער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
לוי: הר"ר שלמה היימליך שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אם בחקתי תלכו און ארויסגעברענגט אז אויב פירט מען זיך אין שטוב בקדושה ובצניעות איז דאס משפיע ערליכע קינדער און ערליכע דורות און פרנסה בהרחבה גדולה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
ארום 12:00 אזייגער איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' ליפא ע"ה ב''ר משה פרידריך הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון ר' יעקב יוסף ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' יעקב יוסף הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבנין הביהמ"ד דקהלתינו הק' בשכונת חתם סופר,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, און הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ''ד,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יעקב יוסף הי"ו ובני משפחתו, און פאר די ועד הרחבת גבולי העיר,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט אז אויב מען שטעלט אוועק א ביהמ"ד בדרכי האבות אויף א ערליכע חסידישע וועג, איז עס משפיע פרנסה און כל מילי דמטיב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~