מיטוואך בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בה"ב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זי"ע.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אלי' הי"ו ובני משפחתו.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל גאנדל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די מסיבה לגיון של מלך לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די פארלאפענע פינף יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק א'ם ב'חקתי ת'לכו ו'את מצותי תשמרו וואס די ר"ת איז 'אבות' און ארויסגעברענגט אז מוסדות יטב לב איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות, מוסדות יטב לב האט רביה"ק זי"ע מייסד געווען תיכף נאכן קריג און איז אהערגעקומען קיין אמעריקע נאר צוליב די חובות פון מוסדות יטב לב, און ער האט כל ימיו זיך געזארגט פאר דעם,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון מוסדותינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש און דער רבי האט אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר, עס דארף זיין די טאטע פון אלע צדקות און עס איז א בושה אז מוסדות יטב לב דארף זיך פלאגן צו דעקן די בודזשעט, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער,
ארום 10:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר ממבקשי השם שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~