מאנטאג בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בה"ב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן ברא"ל גלויבער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ומו"ץ בקהלתינו ק"י.
בהרב מאיר טווערסקי שליט"א - לאנדאן.
ב"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו.
ב"ר וואלף ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו - מאנטריאל.
נאך מנחה איז פארגעקומען בקודש פנימה א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עב''ג החתן הרב משה שפיץ שליט"א בן הרה''ג רבי גבריאל יודא שפיץ שליט''א - מאנסי, בן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א וחתן הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א - אב"ד ווייטצען לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער כינוי שמות,
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
=ליל ל"ג בעומר=
ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אויפן שטח הענקי שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות רבבות אלפי ישראל,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד, און זיך באגריסט מיט די פילע רבנים הגאונים שליט"א,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
ארום 8:35 האט דער רבי אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים אויף וואס דער אגרא דכלה זאגט אז בראשי"ת איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אויב מען זינדיגט ח"ו איז מען נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב בכל יום און איז מעורר צו תשובה, אבער שב"ק איז משפיע קדושה וואס דורכדעם איז מען זוכה יא צו הערן די בת קול און מען איז זוכה צו תשובה,
התנא האלקי רשב"י ווערט אנגעריפן שבתא דכולא שתא און האט אויך די קדושה פון שב"ק און ווען אידן נעמען זיך צוזאם לכבודו און פרייען זיך בשמחתו בכל מקום אדער לערנען מימרות בשמו איז רבי שמעון משפיע א קדושה אויף יעדעם איינעם און ער פלאמט אויף יעדעמס הארץ סיי אין מירון און סיי אין די גאנצע וועלט,
'כשם שבא לראות כך בא ליראות' דער הייליגער תנא רשב"י קוקט אויף יעדעם איינעם און זעט וואס פעלט אים און איז משפיע כל טוב, אבער ער זעט אויך אונזער רוחניות'דיגע מצב און ער קען נאר משפיע זיין פאר איינער וואס פירט זיך בצניעות בכל ענינים כמבואר בזוה"ק, אין אזא צייט בעט מיר אונז און מען איז מתפלל הבט משמים וראה קוק אריין אין יעדעמ'ס הארץ, אידישע קינדער וויינען און שרייען חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, זה בכה וזה בכה, צרכי עמך ישראל מרובים, און אונז גלייב מיר אז רבי שמעון האט די כח צו משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, אפענע ישועות פאר יעדעם איינעם,
'כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין' רבי שמעון וואס איז בבחינת שב"ק איז משפיע אלע ברכות לעילא ותתא, לעילא מיינט מען די תושבי ארצינו הק' און ותתא מיינט מען די תושבי חו"ל, א ברכה כללית און א ברכה פרטית,
לעילא מיינט מען פאר די בני עליה און לתתא מיינט מען פאר די פשוטי עם,
לעילא מיינט פאר עניני רוחניות און ותתא מיינט מען עניני גשמיות,
די גמרא זאגט אויף רבי שמעון וחבריו 'אין מפסיקין לתפילה' דאס מיינט אז רבי שמעון איז מתפלל פאר יעדעם, סיי פאר די וואס זענען מתפלל על ציונו הק' און סיי פאר אונז תושבי חו"ל, סיי פאר די בני עליה און סיי פאר די פשוטי עם, סיי אויף רוחניות און סיי אויף גשמיות, אלעס קען מען פועלן בזכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי,
און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכותו פון רבי שמעון, בני חי ומזוני רפואות און ישועות שידוכים און כל מילי דמטיב,
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 9:05.
נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ווי דער רבי האט מוריד געווען נחלי דמעות,
ביים זמן רבינו תם האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות,
ארום 9:20 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג,
מיטן איבערגעבן די צינדער פאר רבינו שליט"א איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו, געקויפט דורך די וועד החתונה תקנות,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל בר"ע הירש שליט"א,
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד בהתלהבות אש.
נאך מעריב האט מען ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט,
ארום 9:50 איז דער רבי צוגעגאנגן צום מדורה און ארויף אויפן ספעציעלען פלאטפארמע ווי מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
די זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק איבערצוגעבן די פאקל פאר רבינו שליט"א,
די פחי שמן זענען אפגעקויפט געווארן דורך,
-מוסדות יטב לב וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו,
-קהלתינו הק' ק"י וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו,
-מוסדותינו הק' וומ"ס וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו,
-מוסדותינו הק' מאנסי וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו,
-קהלתינו הק' לעיקוואד וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו,
-מפעל חומת העיר ק"י וועלכע האבן מכבד געווען הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו,
-משפחת ווערטהיימער וועלכע האבן מכבד געווען אביהם הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו,
-הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו וועלכע האט מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו,
-הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו וועלכע האט מכבד געווען הרה"ח ר' דניאל ארי' צבי גרייף הי"ו,
די נדבני ההדלקה האבן איבערגעבען די זילבערנע קריגלעך מיט אויל פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט געגאסן די אויל אויפן מדורה,
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו א גרויסע סכום געלט לטובת מוסדות יטב לב לרגל די גרויסארטיגע קאמפיין וועלכע קומט פאר אין די יעצטיגע וואכן,
דערנאך האט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פאקל מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה,
נאכן אנצינדן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בהתלהבות אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד און מען האט געזינגן די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, און דערנאך ווייטער פארגעזעצט מיט ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די צענדליגע חאלאקע קינדער פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן פאר די עלטערן און זיידעס און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער,
נאך די חאלאקעס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס שמחה און דביקות,
ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור צו ממשיך זיין מיט די ריקודין.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
~🌴~