זונטאג בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בה"ב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר גדלי' סעגעדין הי"ו.
ב"ר אלכסנדר זושא אהרן שטערן הי"ו.
ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו.
ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ב"ר יואל שטיינמעץ הי"ו.
ב"ר שמשון אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א - ראש ישיבת מיר בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השתלשלות פון ישיבת מיר במשך די יארן און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי אשר מרגליות שליט"א - אב"ד אהל משה וויען עסטרייך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מראה"ק והמוסדות בק"י האט אפגעקויפט די זכות קומת המקוה אין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אבני צדק פאר די גרויסע סכום פון א האלב מיליאן דאלער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פאר די חברי וועד קרן הבנין.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת עסקנים פאר קרוב צו הונדערט אינגעלייט עסקנים לקראת די גרויסע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב פאר אלע אברכים צעירים דקהלתינו הק' תושבי ק"י וועלכע וועט פארקומען דעם מיטוואך הבעל"ט,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו - שתהא עמלים בתורה און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדעם מאנ"ש צו שטיצן מוסדות יטב לב וועלכע איז געווען ראש וראשון און קודש קדשים ביי רבותיה"ק זי"ע, און אפילו די וואס קענען נישט זיין קיין נדבן קענען אבער יא זיין א עסקן און שאפן גרעסערע געלטער צו קענען אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע עסקנים,
דערנאך זענען אלע עסקנים אריבער איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.
דערנאך ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די ראשי עסקנים וועלכע שטייען בראש פונעם גרויסן מעמד הדלקה וועלכע קומט פאר מארגן ליל ל"ג בעומר במעמד רבבות אלפי ישראל בראשות רבינו שליט"א,
די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע הכנות צום גרויסן מעמד הדלקה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~