שבת קודש פרשת אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אמור=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - וומ"ס, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלימלך ווייסבלום הי"ו - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די פרשת המועדים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל הורוויץ הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק המהר"ם מלובלין זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג ט"ז אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
נאך אז ביום השביעי האט מען ממשיך געווען מיט תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר הבעל"ט,
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
שלישי: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן משה בהר"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו - באווארפען.
חמישי: ר' נחמן ברי"צ מיללער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו.
ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו.
ר' שמעון ברמ"ש קויפמאן הי"ו.
שביעי: ר' יואל ברנ"ה צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: ר' חיים ב"ר משה סימאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - חבר ביד"ץ כדתיא לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ובקצרכם קציר ארצכם און ארויסגעברענגט אז אסאך מאל ווען מען איז מתפלל גייען די תפילות נישט ארויף צוליב וואס מען איז נישט ראוי, אבער אויב מען גיבט צדקה פארן דאווענען עפענען זיך אויף אלע שערים און די תפילות גייען ארויף בשמי מעל,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום הייליגן טאג ל"ג בעומר ווען אזויפיל אידן זענען מתפלל און בעטן פאר זיך און פאר אנדערע כל מיני בקשות, איז יעצט די צייט צו מרבה זיין בצדקה און אזוי זיכער מאכן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און מען זאל אויספועלן כל מילי דמיטב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרב חיים מייזליש שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי ישיבה קטנה וגדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם המקוה פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האבן אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ב"ר ברוך גלויבער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שער המקוה און א חדר המקוה אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה ובשבח פון די תושבי השכונה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אלי' הי"ו - מחשובי תושבי השכונה ובני משפחתו, פאר די אנוועזנדע תושבי השכונה און פאר די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.
א גוטע וואך.
~🌴~