מוצאי שבת קודש ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת קודש ויצא
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק צום דינער השנתי פון מוסדותינו הקדושים און ב"פ אין די זאלן פון עטרת חי'.
עס האבן אויפגעטרעטן הר"ר הלל יואל קעפעטש, הגה"צ גאב"ד דקהילותינו ב"פ שליט"א, און די מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט די משא המעמד, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וירא והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.
בסוף דבריו האט דער רבי מעורר אז מזאל האלטן די קינדער און די היימישע ישיבות און נישט אוועקשיקן, אויך האט דער רבי מעורר געווען צו דאווענען און די היימישע בתי מדרשים.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די שבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ און מחזק געווען די ענגערישע מנהל המוסד הרה"ח ר' אהרן וועלץ, און דערנאך צוגענדיגט מיט פולע ברכות לכל להאנספים.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און פארלאזט די זאל.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א תורה'דיגע און ידידות'דיגע שמועס פאר איבער א האלבע שעה, דערנאך האט הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א אנגעגאסן לחיים און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס און אריבער צום שבע ברכות פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר וויינבערגער און הר"ר יואל שטערן שליט"א מנהל במוסדותינו הק' וומ"ס ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן בריאות השלימות און דערנאך אנגעווינטשן פאר די מחותנים וכל הנאספים.
דערנאך איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~