פרייטאג אמור - פסח שני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אמור - פסח שני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר משה כ"ץ שליט"א,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א.
בהר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א.
ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די מלמדים און די קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט דברי הדרכה פאר די קינדער בנוגע מידות טובות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה - וומ"ס, בהנהלת הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק,
דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה,
אין די זופ איז געליגן קניידלעך און א מצה כרעמזל,
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז ביי פסח שני זעט מען אז אויב איינער האט פארפאסט די געלעגענהייט פסח ראשון איז דא נאך א געלעגנהייט, אבער נאר אויב עס איז געווען א אונס און נישט אויב עס געווען במזיד, און דאס איז די לימוד וואס יעדע בחור דארף ארויסנעמען פון דעם, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
א גוט שבת.
~🌴~