דאנערשטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלמה לאזאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון פסח שני,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן דרושים און הגה"צ מאקאווער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~