מיטוואך אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אור ישראל לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א - רב הביהמ"ד, בן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר גדלי' דוד זאלדאן הי"ו - תאומים.
ב"ר חיים שלמה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
מוהל איז געווען דער אבי הבן הר"ר מאיר יודא שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'נפתלי' נאכן הייליגן ראפשיצער רב בעל זרע קודש זי"ע.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הר"ר מאיר יודא שליט"א, און די זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דערנאך האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ישעי' רובין שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד 'בית ישראל הוניאד' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די כולל שע"י חברי אהבת קדומים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף ראזענפעלד הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~