שבת קודש פרשת ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ויצא
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מנחם מאניש פריינד - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מנחם מאניש פריינד - ב"ב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותהר ותלד בן ותאמר אסף אלקים את חרפתי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צי פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
קה אכסוף: הר"ר ארי' אשר אינדיג שליט"א - רב דביהמ"ד מהרש"א.
ברכת המזון: הרב מאיר עמניאל האגער שליט"א - רב דביהמ"ד ראצפערט בבית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג ח' כסלו.
קה רבון עלם: הר"ר יחזקאל טייטלבוים - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות, ביי די פירות האט דער רבי פארציילט א מעשה פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע מיט א שייכות מיט די וואכעדיגע סדרה,
און די חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הר"ר משה ברמ"צ כהנא - מאנסי.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:10.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:15.
ברכות פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל דוד גאנדל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פרידמאן - משב"ק.
לוי: החתן מרדכי דוב ב"ר אלעזר גרובער.
שלישי: החתן ישראל שלום ב"ר שמואל דוד גאנדל - באווארפן.
רביעי: החתן אייזיק הערש ב"ר אשר אנטשיל זאלדאן - באווארפן.
חמישי: החתן יוסף ב"ר חיים אלי' צוויבל.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל שפיצער.
ר' חיים הערש גלאנצער.
ר' אביעזר מרדכי געשטעטנער.
ר' שלום זאלדאן.
שביעי: החתן ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד.
אחרון: החתן ליפא ב"ר יואל האלפערט.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע בראך.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל.
גלילה: הרה"ח ר' זלמן מענדלאוויטש.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם בער שפיצער - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אלחנן טויב.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל ברד"ל האלפערט.
כהן: הרה"ח ר' יואל שעהנברוין.
לוי: הרה"ח ר' משה שמחה יוזשעף - לאנדאן.
שלישי: הר"ר ישראל בער שטיין שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק פרענקל - מאנטריאל.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, ווי די מדרש טייטשט אויס די גאנצע חלום אויף מתן תורה, לכאורה וואס איז די שייכות ?
נאר יעקב אבינו האט געהאלטן ברוב ענוותנותו אז ער האט נישט קיין מצוות און אז קיין תשובה ניצט נישט ווייל מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, האט דער רבי נאכגעזאגט א אלשיך הק' אז ווען מען טוט תשובה ווערט מען א ברי' חדשה במילא ניצט תשובה ווייל נישט די מענטש האט געזינדיגט נאר א צווייטע מענטש, און דאס אלעס איז נאר אויב גייט מען בתר אייכות ווייל אויב גייט מען בתר כמות איז מען דאך נישט קיין צווייטע מענטש,
ביי מתן תורה זעט מען אז די מלאכים האבן געטענהט אז תנה הודך על השמים און זיי האבן געטענה'ט אז זיי זענען רוב במילא דארף מען געבן די תורה פאר זיי, אבער אויב גייט מען בתר אייכות האט הקב"ה מער הנאה פון כלל ישראל וויבאלד די אידן האבן א יצר הרע במילא האט מען געגעבן די תורה פאר כלל ישראל,
במילא ווען יעקב אבינו האט געזען אין חלום מתן תורה אז מען גיבט די תורה פאר כלל ישראל און נישט פאר די מלאכים האט ער פארשטאנען אז מען גייט בתר אייכות במילא האט ער ארויסגענומען אז עס ניצט תשובה ווייל מען ווערט א ברי' חדשה.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי חיזוק אז עס ניצט תשובה פאר יעדעם איינעם וויבאלד מען ווערט א ברי' חדשה, "מען דארף נאר אפמאכן אז מאי דהוא הוא מכאן ואלך טוט מען נאר מצוות ומעשים טובים".
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה שמחה יוזשעף - לאנדאן.
קל מסתתר: הר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' איתמר טובי' קויפמאן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט מען געמאכט קידוש לבנה, נאך קידוש לבנה האט דער רבי געווינטשן 'א גוטע וואך און א גוטן חודש' פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
א גוטע וואך.
~🌴~