שבת קודש פרשת אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אח"ק=
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה געשטעטנער הי"ו - ביתר.
מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א פון ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחרי מות שני בני אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יחזקאל ברש"י בראך הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ראפשיצער רב בעל זרע קודש זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט טועם געווען בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א.
פסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א - וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
רביעי: ר' וואלף ברא"י לאנדא הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' מאיר משה גאנדל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: בעל ברית הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אנשיל גאנדל הי"ו.
הגבה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
צוליב די ברית מילה האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב שבת נאכמיטאג ביי מנחה.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל גרינהויט הי"ו - ב"ב.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו.
לוי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א.
שלישי: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מענצער הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו און ארויסגעברענגט אז היינטיגע צייטן ווען מען געפינט זיך אין א טמאנע מדינה מלא זוהמה און מען איז נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב וואס איז מעורר צו תשובה, שיקט הקב"ה אראפ יעקב אבינו צו מעורר זיין אידן צו תשובה, אבער דאס איז נאר אויב א מענטש מאכט זיך גדרים וסייגים ובפרט בעניני עריות בדיבור במעשה ובמחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די לימודי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"ל גראס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר הבעל"ט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יעקב מרדכי הי"ו ובני משפחתו.
א גוטע וואך.
~🌴~