דינסטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל ארי' האלענדער הי"ו.
בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר יואל ראטה הי"ו - לאנדאן.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בעל ברית ובני משפחתו.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע 'סאטמארק' עקספאו,
די עסקנים האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פון די פילע פעולות דורך עסק במשך די פארגאנגענע קרוב צו צוויי יאר ארויסצוהעלפן פילע אנשי שלומינו בעצה ותושיה בעניני פרנסה,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים ברכת קדשו מען זאל מצליח זיין בכל ענינים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~