מאנטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אח"ק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - מו"ץ ביהמ''ד אמרי נועם.
ב''ר נפתלי אלי' שמחה וויינפעלד הי''ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נפתלי אלי' שמחה וויינפעלד הי''ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בר"ל פאלקאוויטש הי''ו וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק מרדכי טייטלבוים הי''ו וואו דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בעלי ברית און די בר מצוה בחורים.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: הב' יעקב ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן,
ארום 9:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
~🌴~