שב"ק פרשת תזו"מ - בדר"ח אייר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שב"ק פרשת תזו"מ - בדר"ח אייר=
דער רבי האט געוויילט אויף שב"ק אויף אפרוה בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו אין איינע פון די שטילע געגענטער אין קרית יואל המורחבת ווי דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות און די סעודת שב"ק אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל בני המשפחה ותושבי השכונה.
פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכות אילנות,
דער רבי האט באטראכט די בלומען און געמאכט די ברכה,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו און בני משפחתו.
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין ביהמ"ד בבית האכסניא ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד. קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברא''ש וויינבערגער הי''ו - וומ"ס, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35,
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
די סעודת ליל שבת האט דער רבי געפראוועט פריוואט בבית האכסניא,
ארום 11:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי' ק"י.
מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' שמעון דייטש שליט''א - רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי ק''י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני ימול בשר ערלתו' לא נתקררה דעתו של איוב עד שהגיע לפרשת אשה כי תזריע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב''ק א' אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו - ב"פ,
צו שחרית והלל איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' משה שטיין הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א.
כהן: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א.
לוי: הרה''ח ר' שמעון בר''א לעווי הי''ו.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
רביעי: הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - וומ"ס.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: הרה"ח ר' יודא היימאן הי"ו - וומ"ס.
הוספה: הרה''ח ר' משה מוטצען הי''ו - וומ"ס.
אחרון: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
מפטיר - קריאת ר"ח: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
גלילה: ר' יואל ברא"ש וויינבערגער הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' ישעי' יצחק וויינבערגער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:50.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט''א וועלכע איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול וומ''ס, ויקרא שמה בישראל: פעסיל לאה, נאך אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה ושלו"ס ארום 8:15,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי''ו.
בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.
כהן: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: רבינו שליט''א.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם סופר הי''ו - וומ"ס.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תהיה תורת המצורע ביום טהרתו' און געטייטשט אז דער כח התורה מגין צו זיין ברוחניות ובגשמיות קען נאר זיין מיט ריינע מחשבות און נאר אזוי ווערט מען ניצל פון אלע שלעכטס און די כח התורה איז מגינא ומצלא.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם סופר הי''ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:10.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה פריוואט בבית האכסניא.
~🌴~