פרייטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג ויצא
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא קרויס ווי דער רבי איז געווען סנדק מוהל,
און לבן הנולד אצל ר' יואל גרינפעלד ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר פישל סופר.
ב"ר יואל וויינבערגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד מרן רבינו שליט"א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי ממציוני תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותן און פאר אלע בחורים, דערנאך האט אויפגעטרעטן די אבי החתן שליט"א,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און דער רבי האט געהייסן אריינזינגען כנהוג.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
א גוט שבת.
~🌴~