דאנערשטאג ויצא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג ויצא חלק ב'
ארום 5:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דניאל דוד שטיינבערג און ר' מאיר וועזעל,
אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף מענדל פרידריך און ר' אברהם מאיר מיללער,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א עב"ג החתן הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה - וומ"ס, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מ'ציעשנוב, חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד החדש "בנין בראך" אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לומדים אין די היכל הביהמ''ד און אויף די פילע מנינים דערנאך האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין היכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען צו ביהמ"ד "בית מנחם צבי" אויף די וואלעבאוט גאס ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לומדים אין די היכל הביהמ''ד און אין די היכל התורה מיט א געוואלדיגע קורת רוח.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום שמחת התנאים פון נכדתו שתחי' אין די זאלן פון כתר צבי.
דורכאויס די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע פון דער חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, און דער אבי הכלה הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א.
ביים שמחה האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט די פעטערס כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ וומ"ס שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד שליט"א, הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד געווען דער זיידע פונעם חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מיט'ן תנאים ליינען.
דער רבי האט געווינטשן לחיים אין מכבד געווען די חתן מיט א פשעטל דער רבי האט געוויזען אריינצוזינגען כנהוג, דערנאך איז די ציבור אריבער געגאנגען וואונטשן מזל טוב.
בשעה 11:00 האט רבינו שליט"א פארלאזט די זאל, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~