ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט.
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש.
מערבית: הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:10.
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
הר"ר העניך מרדכי מייזליש שליט"א - אב"ד טאלטשאווע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און ארויסגעברענגט אז ביי יציאת מצרים האבן אידן באקומען א דין בנים למקום און ביי קריאת ים סוף האבן זיי זוכה געווען צו נאך א העכערע מדריגה פון א דין אשה לבעלה, און אויף דעם האבן כלל ישראל געזינגען א עקסטערע שירה וויבאלד דאס איז טייטש אז עס איז חל די חיובי בעל לאשה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און הקב"ה איז מחיוב אויסצוהיילן, געבן פרנסה, און אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
אום 1:48 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה ווי דער רבי האט געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:00 אזייגער.
-יום שביעי של פסח-
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, תפילת שחרית, און הלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות לרגל שביעי של פסח.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו.
דער רבי איז געווען בעל קורא.
כהן: ר' מענדל גרשון ברב"ז שווארטץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט די שירת הים בהתעורורות רב ובהתלהבות אש.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יוסף אלי' בר"א ביקעל הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון דוב פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור פילאפף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן בענטשן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
-ליל אחרון של פסח-
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
מערבית: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד טאהש.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים.
אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן פון די בשר הלחיים פון די מתנות כהונה געברענגט דורך די כהן הזוכה הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו ובנו ר' יואל הי"ו,
מען האט אויפגעגעבן לכבוד יו"ט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו,
א חרוסת קוגל געמאכט פון די שיירי חרוסת פון די סדרים ביים רבי'ן געברענגט דורך הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו, און א זיבן הימלען קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש "הים ראה וינוס" 'מה ראה ברייתא דר' ישמעאל' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס ניצט תשובה פאר א בן נח.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט מצה כרעמזלעך פארן גאנצן ציבור פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב ק"י.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:55.
-יום אחרון של פסח-
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק,
צו תפילת שחרית האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' אברהם ברי"א לעווי הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א - ב"פ, בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר מאיר הירש הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ונעילת החג ארום 8:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די עריכת שולחן הטהור ומעמד נעילת החג,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן פארן רבי'ן לחיים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פארן גאנצן ציבור,
מען האט אריינגעברענגט פירות און א פסח'דיגע טארט געברענגט דורך ר' שלום ברנ"מ ווייס הי"ו, און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט און ניגוני השתוקקות לביאת המשיח,
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'מה יפו פעמייך בנעלים' און ארויסגעברענגט אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האבן אפילו די שוואכע אידן וואס זענען בבחינת רגליים אויך זוכה געווען דורך די קדושת ביהמ"ק צו ווערן דערהויבן, זיך צו קענען ביקן צו הקב"ה מיט א השתחויה פנימיות,
האט דער רבי געזאגט א שטייענדיג נאך אזא דערהויבענעם יו"ט פסח דארף יעדע איד צו וויסן אז אפילו אויב ער איז א שוואכע איד בבחינת רגליים, אבער דורך די קדושה פון די מצות החג וואס מען האט מקיים געווען דעם יו"ט דאס האט אים געהייליגט, ער איז שוין נישט די זעלבע פון בעפאר יו"ט, און די קדושה נעמט מען מיט אויף א גאנץ יאר,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט נאך א בחינה זאגענדיג אז אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה אין דעם זכות האט הקב"ה ביי קריאת ים סוף ווען עס איז אויך געווען א קשיא פון הללו והללו עובדי ע"ז, דאך האט הקב"ה נישט געפרעגט קיין קשיא בזכות פון אברהם אבינו און מען האט זוכה געווען צו קריאת ים סוף,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע איז בזמנינו אלה ווען טראץ עס איז דא קשיות אויף כלל ישראל דאך פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות און איז משפיע כל טוב, ובפרט פרנסה און שידוכים וואס איז קשה כקריאת ים סוף,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט נאך א בחינה נאכזאגענדיג פונעם הייליגן אוהב ישראל זי"ע אויף ישמח ישראל בעשיו אויף וואס דער זוהר הק' זאגט אז מען שיקט אראפ די צדיקים און די אבות הק' פון גן עדן צו די הקפות און זיי זענען מכוון די ריכטיגע כוונות וואס עס פעלט זיך אויס ביי די הקפות,
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע אז שביעי של פסח ווען מען זינגט די שירה קומען אראפ משה אהרן און מרים און זיי זינגען מיט די שירה מיט כלל ישראל!
האט דער רבי געזאגט אז אויב דער רבי פון לובלין זי"ע זאגט אזוי איז עס אזוי, און מען גלייבט און מען האפט אז משה אהרן און מרים זענען געווען דא אין ביהמ"ד ביי די שירה, און אז זיי זענען דא ברענגען זיי אראפ אלע ישועות וואס יעדער דארף,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב און כל מילי דמיטב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח מיט א ברען פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
~🌴~