זונטאג - יום ב' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג - יום ב' דחוה"מ פסח=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמשון גפן הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי גדלי' שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס,
כהן: בעל ברית ר' מאיר זלמן כהן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי,
הגבה: הרה"ח ר' אלי' פארקאש הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו,
גלילה: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא בהרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זלמן כהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 6:30 איז הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי, אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אויף א ביקור חג,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פאר אריבער א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני עירובין, מקוואות, שחיטה,
דער רבי האט אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן דרושים - פסח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו,
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הר"ר מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי יצחק שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרב בנימין ארי' גליק שליט"א מראשי מערכת הכשרות פון די OU השגחה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטן מועד.
~🌴~