מאנטאג שמיני א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמיני א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יודא הערש פיש הי"ו.
ב"ר יואל גאנז הי"ו.
ב"ר חיים יודא ווייס הי"ו.
ב"ר חיים מענדל פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די מלמדים און קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט דברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אנדערן שטאק ווי עס געפינט זיך די אוצר הספרים ספעציעל צוגעשטעלט פאר די מלמדים מיט אלע ספרים וואס זיי קענען ניצן לתועלת פון די קינדער,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע ספרים אין באגלייטונג פון הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים,
דערנאך איז דער רבי אריין אין איינע פון די חדרים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~