דאנערשטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה נטע פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי הערשל שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומ"ס בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי"ו.
ב"ר דוד ביקעל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
מוהל: דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'ארי' לייבוש' נאך די זיידע הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - רב דביהמ"ד וקרית ויואל משה.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב אלחנן חיים שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו וועלכע האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן -דרושים אויף יו"ט פסח וועלכע איז היינט ארויס פון דרוק,
דער רבי האט עס אויפגענומען מיט א שטארקע שמחה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40,
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און נאך די תנאים ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
א גוטע נאכט.
~🌴~