מיטוואך צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מיכאל אליהו גבריאל ע'גמי הי"ו.
ב"ר שניאור זלמן העכט הי"ו.
ב"ר משה מאלח הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה זאגענדיג אז זיצן און לערנען איז ישיבה ביז ז' ניסן איז אויך מסירת נפש, און דער רבי האט ממשיך געווען פרעגענדיג די בחורים עטליכע שאלות פון די לימודי הישיבה אין מסכת בבא קמא און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען באולם פרדס חיים אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"ג ר' הערשל שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומ"ס בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט,
דער רבי האט טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב אלחנן חיים שליט"א, פאר די זיידעס, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~