מאנטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג ויצא
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אפרים משה לעווי
ב"ר יואל הערש זאבעל
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און דערנאך גומל געבענטשט, און דערנאך האבן גומל געבענטשט די אידן וואס האבן זיך צוריקגעקערט פונעם נסיעה אינאיינעם מיטן רבי'ן
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ"ד ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד און געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל האלפערט - ר' יצחק הכהן פריעדמאן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער - ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט.
ארום 9:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יונתן בנימין וויינגארטן - ר' אלכסנדר נחום גאטליב,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00.
ארום 11:15 איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג רבי יצחק שלמה בלויא שליט"א - מזכיר העדה החרדית, דער רבי האט דורש געווען בשלומיו, און עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~