שבת קודש פרשת ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקרא=
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל, לרגל די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדותינו הק'.
קבלת שבת: הר"ר אהרן וועבער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון ב"פ און די תלמידי המתיבתא תושבי ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א - מנהל הישיבה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די רמ"י הישיבה קטנה,
כל מקדש: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'כיון ששמעו ישראל פרשת קרבנות נתיראו אמר להם משה יתעסקו בתורה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון צו רוב איז א וודאי אדער א ספק.
קה אכסוף: הר"ר ישראל מאיר פערלמאן שליט"א.
ברכת המזון: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן אוהב ישראל מאפטא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ומו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
כהן: הר"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: ר' אהרן בעק הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
רביעי: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי בר"ח פארקאש הי"ו.
ר' בנציון ברמ"ב כ"ץ הי"ו.
שביעי: ר' יואל ברי"ש בראך הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
מפטיר: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
גלילה: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די באבעס הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע געפאלט מאנטאג ה' ניסן, און הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וועלכע געפאלט מיטוואך ז' ניסן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פארקאש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב כוואן הי"ו - ארגענטינע.
כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - ב"ב.
שלישי: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויקרא אל משה און ארויסגעברענגט אז פון דעם אז מען דארף ברענגן א קרבן חטאת אויף אן עבירה בשוגג זעט מען די הארבקייט פון א עבירה אפילו בשוגג, און כ"ש פון א הרהור עבירה במזיד, איז אבער דא א עצה צו עוסק זיין בתורה און דאס איז מציל פון הרהור אסורים און מחשבות אסורים,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח ווי מען גרייט זיך צו מקיים זיין מצות תשביתו שאור מבתיכם וואס דאס גייט ארויף אויף די עבירות שבלב, איז יעצט די פאסיגע צייט צו מרבה זיין בלימוד התורה אלץ הכנה צום יו"ט פסח.
ידיד נפש: נכד רבינו הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מרדכי ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייטן פון די באבעס ע"ה.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי שיעור ג' פון ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודי הישיבה און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~