פרייטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א.
בהר"ר משה אלי' גרין שליט"א.
ב"ר יוסף מנחם היימאן הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בער פארגעס הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און די גאנצע משפחה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה אליעזר שווארטץ הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' מאיר בער ע"ה.
א גוט שבת.
~🌴~