דאנערשטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקה"פ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' בער לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה אפרים פישל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר לוי יצחק געשטעטנער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יוסף האפפמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל סופר הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם לייב פעלבערבוים הי"ו ובני משפחתו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו און פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מצות כתיבת ספר תורה און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~