דינסטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרב יצחק אייזיק כהנא הי"ו.
ב"ר משה סרוגא הי"ו.
ב"ר יואל קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
פאר קדיש האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון 'העריטידזש זילבער' אינעם דאבעליו מאלל, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים, פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל הי"ו - בעה"ב פונעם מאלל, און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואין פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, עב"ג הכלה בת הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' מאיר האלברשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א - חבר ביד"ץ דקהלתינו הק' ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און די גאנצע משפחה,
דערנאך ארום 1:10 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~