מיטוואך תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך תולדות
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה - סניף מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור
ב"ר בנימין זאב שטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים אין ביהמ"ד ברוב עם ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט א שיעור אין די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים.
דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזעצט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, אז אפילו אין די עלטערע בחור'ישע יארן דארף מען זען צו לערנען און שטייגן אין עבודת ה'
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענג רגשי קדשו לקראת דעם בעפארשטייענדער נסיעה צום עיר האבות סיגוט
דער רבי האט עס אריין געטייטשן אין די סדרה אז ווען רבקה האט געזען אירע תפילות ווערן נישט געענטפערט האט זי געזאגט "אם כן למה זה אנכי", פארוואס בעט איך דא? "ותלך לדרוש את ה'" זי איז געגאנגען לבית מדרשו של שם "מקום שהתפללו בו אבותי"
האט דער רבי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קדושה פונעם שטאט סיגוט, און איבערגעלאזט ברכת קדשו מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.
דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען, און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו. נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה גדולה סניף ברך משה
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין ביהמ"ד און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאכן דאווענען האבן די תלמידי הישיבה ארויס באגלייט דער רבי בשירה ובזמרה זינגענדיג כי מלאכיו לרגל דער בעפארשטייענדער נסיעה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון בבית הגה''צ ר' העניך אשכנזי - חדב''ן
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א ארויס פון ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום נוארק עירפארט
ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין לופטפעלד און אויפגעשטיגן אויפן אפגעדינגענעם טשארטער פליגער אינאיינעם מיט הונדערטער אנ"ש משתתפי הנסיעה, זיך גרייטנדיג ארויס צו פליען צום היסטארישער נסיעה 'ושבתי' לעיר האבות סיגוט פראווען א שבת אינאיינעם מיטן חנוכת הבית המדרש,
ארום 12:38 האט זיך דער פליגער געהויבן פונעם נוארק לופטפעלד אויפן וועג קיין סאטמאר רומעניע,
~🌴~