דאנערשטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אברהם דוד שטיין שליט"א.
ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו.
ב"ר יצחק הערש פרידריך הי"ו.
ב"ר שלמה בוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן האלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ישעי' דייטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם טובי' גליק הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו און הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' חיים בנציון אונגער שליט"א און אחיו הרה"ג ר' יחזקאל אונגער שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע מיטוואך ויקה"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~