דינסטאג תולדות חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג תולדות חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין ביהמ"ד און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה אין וויליאמסבורג, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 11:00 איז פארגעקומען דער מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון
פון נכדת רבינו שליט"א, בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א עב''ג החתן הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרב ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אהל תורה, בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15
דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ביז ארום 1:20
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש און ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~